קלארשטעלונג
פעליג זינט יאנואר 1, 2023
וועבזייטל קלארשטעלונג
די אינפארמאציע וואס ווערט צוגעשטעלט דורך Harmony NP Ltd (‘אונז’ אדער ‘אונזער’) https://hormonalhealth.org/ (דער ‘וועבזייטל’) איז בלויז פאר אלגעמיינע אינפארמאציע באנוץ. אלע אינפארמאציע ווערט צוגעשטעלט אויף אן אויפריכטיגער אופן, אבער מיר מאכן נישט קיין שום רעפרעזענטאציע אדער וואראנטי, נישט ארויסגעזאגט און נישט וואס מען קען מיינען, אפגעזען ווי קלאר, גענוג, פעליג, פארלעסליך, צוגענגליך אדער פארענדיגט די אינפארמאציע איז אויף דעם וועבזייטל. אין קיין שום פאל וועלן מיר נישט נעמען קיין אחריות פאר אייך פאר קיין שום פארלוסט אדער שאדן פון סיי וועלכע סארט וועלכע פאסירט אלס רעזולטאט פון זיך באנוצן מיט דעם וועבזייטל אדער פון זיך פארלאזן אויף סיי וועלכע אינפארמאציע וואס איז געגעבן געווארן אויף דעם וועבזייטן. אייער באנוץ פון דעם וועבזייטל און אייער זיך פארלאזן אויף סיי וועלכע אינפארמאציע אויף דעם וועבזייטל איז אויסשליסליך אויף אייער אייגענע אחריות.
דרויסנדיגע לינקס קלארשטעלונג
דער וועבזייטל קען מעגליך האבן לינקס (אדער קענט איר ווערן געשיקט דורך דעם וועבזייטל) צו אנדערע וועבזייטלעך אדער אינהאלט וואס געהער צו אדער קומט פון אן אנדערע פארטיי אדער לינקס צו וועבזייטלעך אדער פיטשערס אין בעננערס אדער אנדערע אדווערטייזמענטס. אזעלכע דרויסנדיגע לינקס ווערן נישט אויסגעפארשט, נאכגעקוקט אדער איבערגעקוקט דורך אונז צו עס איז ריכטיג, גענוג, פעליג, פארלעסליך, צוגענגליך אדער פארענדיגט. מיר טוען נישט שטיין אונטער, אינדארסירן, גאראנטירן אדער נעמען אחריות פאר די ריכטיגקייט אדער פארלעסליכקייט פון סיי וועלכע אינפארמאציע וואס ווערט געאפפערט דורך אן אנדערע פארטיי’ס וועבזייטל וואס ווערט געלינקט דורך דעם וועבזייטל אדער סיי וועלכע אנדערע וועבזייטל אדער פיטשער וואס ווערט געלינקט אין סיי וועלכע בעננער אדער אנדערע אדווערטייזמענט. מיר וועלן נישט אנטיילנעמען אדער אין קיין שום וועג נעמען אחריות פאר די איבערזיכט פון סיי וועלכע טראנזאקציע צווישן אייך און דעם אנדערן פארטיי וואס שטעלט צו פראדוקטן אדער סערוויסעס.
פראפעסיאנעלע קלארשטעלונג
דער וועבזייטל קען נישט און טוט נישט פארמאגן קיין מעדיצינישע/געזונטהייט ראט. די מעדיצינישע/געזונטהייט אינפארמאציע וואס ווערט מיטגעטיילט איז בלויז פאר אלגעמיינע אינפארמאציע און אייך צו לערנען, און איז נישט קיין שטעלפארטרעטער פאר פראפעסיאנעלע ראט. דעריבער, איידער איר נעמט סיי וועלכע שריט באזירט אויף די דאזיגע אינפארמאציע, מוטיגן מיר אייך זיך אדורכצורעדן מיט די פאסיגע פראפעסיאנעלן. מיר טוען נישט צושטעלן קיין שום מעדיצינישע/געזונטהייט ראט. זיך פארלאזן אויף אדער זיך באנוצן מיט סיי וועלכע אינפארמאציע אויף דעם וועבזייטל איז אויסשליסליך אויף אייער אייגענע אחריות.
טעסטימאניעל קלארשטעלונג
דער וועבזייטל קען מעגליך אנטהאלטן טעסטימאניעלס פון באנוצער פון אונזערע פראדוקטן און/אדער סערוויסעס. די טעסטימאליעס טוען אפשפיגלען אמת’ע ערפארונגען און מיינונגען פון די באנוצער. די ערפארונגען זענען אבער פערזענליך צו די ספעציפישע באנוצער און פארטרעטן מעגליך נישט אלע באנוצער אונזערע פראדוקטן און/אדער סערוויסעס. מיר באהויפטן נישט און איר זאלט זיך נישט פארשטעלן אז אלע באנוצער וועלן האבן די זעלבע ערפארונג. אייערע פערזענדליכע רעזולטאטן קענען מעגליך זיין אנדערש.
די טעסטימאניעלס אויף דעם וועבזייטל ווערן אריינגעשיקט אויף פארשידענע אופנים, אזויווי שריפטליך, מינדליך און/אדער ווידיאו און ווערט איבערגעקוקט דורך אונז איידער עס ווערט ארויפגעשטעלט. זיי ווערן געשטעלט אויף דעם וועבזייטל גענוי אזויווי זיי זענען געזאגט געווארן דורך די באנוצער (אדער אין פונקטליכע איבערזעצונג), חוץ די פארריכטונג פון די ווערטער אויסשטעל און גראמאטישע טעותים. עטליכע טעסטימאניעלס זענען געווארן אפגעשניטן כדי עס זאל נישט זיין צו לאנג, ווען די פולע טעסטימאניעל האט פארמאגט איבעריגע אינפארמאציע וואס איז נישט געווען שייך פאר די אלגעמיינע ציבור.
די מיינונגען און באהויפטונגען וואס ווערט אויסגעדרוקט אין די טעסטימאניס געהערן אויסשליסליך צו דעם אינדיווידועלן באנוצער און טוען נישט אפשפיגלען אונזערע מיינונגען און באהויפטונגען. מיר זענען נישט פארבינדן מיט קיין באנוצער וואס האבן געגעבן טעסטימאניעלס און באנוצער ווערן נישט באצאלט און באקומען גארנישט פון אונז פאר זייערע טעסטימאניעלס.
די טעסטימאניעלס אויף דעם וועבזייטל זענען נישט געמאכט געווארן פאר און זאלן נישט ווערן אנגענומען אלס א באהויפטונגען אז אונזערע פראדוקטן און/אדער סערוויסעס קענען ווערן גענוצט צו דיאגנאזירן, באהאנדלען, בעסער מאכן, היילן, פארמיידן אדער ווערן גענוצט פאר סיי וועלכע קרענק אדער מעדיצינישע פראבלעם. קיין שום טעסטימאניעל איז נישט געווארן קליניש איבערצייגט אדער אפגעשאצט.
די דיסקלעימער איז געווארן געמאכט נוצנדיג Termly’s Disclaimer Generator און איז דאן געווארן איבערגעזעצט אויף אידיש.