נאטורליך אדער HRT?

אויף דעם וועבזייטל טוען מיר מוטיגן זיך צו היילן פון הארמאנישע שוועריגקייטן נוצנדיג נאטורליכע מיטלען.

Hormone Replacement Therapy (HRT), וואס איז די מעדיצינישע מיטל, איז אייננעמען הארמאנען וואס שטעלן צוריק די הארמאנען וואס שאפן פראבלעמען צו זייערע פריערדיגע שטאפלען. די וואס ווילן וויסן מער איבער HRT קענען  אויסהערן די קורצע ווידיאו דורך מאריאן.

https://www.youtube.com/results?search_query=maryon+stewart+HRT

עס זענען דא פארשידענע מיינונגען איבער דעם. יעדע פרוי דארף טראכטן פאר זיך וואס די מעלות און חסרונות פון  די פארשידענע מיטלען זענען. אויך דארף זי באטראכן פונקטליך ווי שווער אירע סימפאטמען זענען און וויאזוי זיי ווירקן אויף איר לעבן. די וואס זעען אז איין מיטל האט נישט גענוג גוט געארבעט, דארפן זען אויב עס איז אפשר דא א בעסערע וועג פאר איר. פאר די וואס האבן נאך גארנישט פרובירט, טוען מיר פארשטייט זיך עצה’נען צו קודם פרובירן די נאטורליכע וועג. אונזער מעטאד האט שוין ארויסגעהאלפן גאר אסאך מענטשן, אריינגערעכנט די וואס האבן געמוזט אראפגיין פון HRT, צוליב אירע שווערע זייטיגע ווירקונגען.

די וואס וויל אראפגיין פון HRT, דארפן זיך שטאטעליך אפגעוואוינען דערפון דורכאויס עטליכע חדשים, און זיי דארפן זיך מסדר זיין אויף אן אנדערע סייענטיפישע אויסגעארבעטע מיטל, אזויווי דאס וואס מיר האבן מיטגעטיילט.

די וואס ווילן יא נעמען HRT, דארפן קודם אויסגעפונען אויב זיי זענען נישט אין די קאטעגאריע פון מענטשן וואס זאלן דאס נישט פרובירן צוליב זיכערהייט סיבות. אויב זיי האבן סיי וועלכע צושטאנד וואס קען ערגער מאכן די זייטיגע ווירקונגען ווען זיי נעמען HRT, זאלן זיי דאס אויך נעמען אין באטראכט. עס איז ראטזאם זיך נאכצופרעגן אויף די געווענליכע זייטיגע ווירקונגען וואס קען ארויסקומען ווען מען הויבט עס אן נוצן.

ביטע פארבינדט זיך מיט אונז אויב איר ווילט זיך אינטערעסירן וועגן HRT און מיר וועלן אייך אנצייגן וואו זיך צו ווענדן.

פילע ברכות פאר אייער געזונט און שלוות הנפש.